Tefilah Yiddish

תפלה פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי – צו זאגן ל”ג בעומר אין מירון

די פאלגענדע תפלה פון רבי שמעון בר יוחאי (באקאנט מיטן ראשי תיבות רשב”י) ווערט געברענגט אין די זוהר הקדוש (חלק ב’ ר”ו), און דאס ווערט געזאגט יעדעס מאל וואס מען נעמט ארויס די ספר תורה פון ארון הקודש. אויסערדעם וואס דאס ברענגט ארויס די גרויסקייט פון הקב”ה און א געבעט ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, בעט מען אין די תפלה אויך אויף פרנסה, אריכות ימים, און גוטע ערליכע קינדער.

ביטע זאגט ל”ג בעומר דעם תפלה, אינזינען האבנדיג יעדעס ווארט, וויבאלד היינט איז די יומא דהילולא קדישא פון רבי שמעון בר יוחאי. נאך מער פון דעם, אין גמ’ מס’ בכורות (דף לא) ברענגט רבי יוחנן בשם הרשב”י: “יעדער תלמיד חכם וואס מען זאגט נאך זיינע ווערטער, טוט זיינע ליפן דאס מיטזאגן אין קבר ווי גלייך ער רעדט”. ווי באדייטנספול זענען די ווערטער פאר ווער עס זאגט די תפלה פון בריך שמי’ ביים קבר פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון!

Shas Yiden Website sponsored by
אלחנן מאיר בן חיה רחל

Donate Now


For more information on Shas Yiden, or to donate/sponsor:

Tel: 718-702-1528 or Mail: 1274 49th Street #562, Brooklyn, NY 11219
2 Timberwharf Road, London N16 6DB, England

ShasYiden – כולל שס אידן